בהמשך להקלטה ההיסטורית: השיחה המלאה של הרבי הריי"צ לקריאה
'אני לא רוצה לומר מי תובע זאת, אבל חסידים מבינים': בהמשך להקלטה ההיסטורית הנדירה של שיחתו החריפה והנוקבת של הרבי הריי"צ מי"ג תמוז תש"ט, לבקשת הגולשים צוות אתר 'לחלוחית גאולתית' מגיש את השיחה המלאה לקריאה, גדושה בביטויים נדירים ומופלאים • 'אני רוצה להגיד עניין פנימי. אני מובטח ואני מבטיח, שכל אלו שיקחו על עצמם בלי נדר לעסוק בעבודת התפילה, יהיה להם הצלחה מופלגה בכל ענייניהם, בגשמיות וברוחניות. הם יראו במוחש. יהיה להם הצלחה בלתי מוגבלת' • לשיחה המדוברת המלאה
•••
קטע מתורגם ללשון הקודש מתוך השיחה המדוברת - י"ג תמוז תש"ט:
'לומדים חסידות, אבל לא 'מתפללים'.. כאשר לומדים חסידות ולא מתפללים באריכות, מניחים את אור החסידות בכלי מאוסה.. אם היו מתעסקים ב'עבודת התפילה', אם היו מתפללים באריכות, זה היה מביא יראת שמיים. ש'הגהה' ו'יש אומרים' של 'שולחן ערוך' יהיה נוגע לו.. אה, פעם בית הכנסת היה גדוש ב'מתפללים'. מלמדים היו 'מתפללים' בכל יום. אבל שבת, ראש חודש, ימים טובים ויומא דפגרא, היה בית הכנסת מלא ב'מתפללים'. לא רק מה שאמרו את האותיות של התפילה, אלא 'התפללו' והזיעו. ולא רק הם הזיעו, אלא גם הקירות היו מזיעים..
צריכים 'להתפלל'. צריכים לעסוק ב'עבודת התפילה', להתייגע בתפילה.. תפילה היא 'עבודה'. לא להתפלל כמו כינור. צריכים להתייגע לפני התפילה, צריכים להתייגע בתפילה, וצריכים להתייגע אחרי התפילה, בכדי לחשוב לעצמו 'על מה התייגעתי בכדי שבמשך כל היום ארגיש את התפילה'. אצל כל אחד כפי עניינו.
חסידים בכלל ותמימים בפרט, צריכים להתחיל להתפלל באריכות. אם חסידים היו יודעים, איך ההורים שלהם והצדיקים בגן עדן, מחכים על תפילתם, הרי כולם היו מתפללים באריכות. אני מובטח שכשיעסקו בעבודת התפילה, הקדוש ברוך הוא ימלא את כל הבקשות. 'תכין לבם תקשיב'. ישנה תביעה חזקה על החסידים, למה לא מתפללים. אני לא רוצה לומר מי תובע זאת, אבל חסידים מבינים.. אני שליח בכדי למסור: דורשים 'עבודת התפילה'.
כל אחד מאלו שנמצאים כאן עכשיו [הראה באצבעו הקדושה על כל הנאספים], יכול להשפיע על שתיים שלוש מניינים, ללמוד איתם עניין בחסידות ולהראות להם כיצד צריך להתפלל. אני רוצה להגיד עניין פנימי. אני מובטח ואני מבטיח, שכל אלו שיקחו על עצמם בלי נדר לעסוק בעבודת התפילה, יהיה להם הצלחה מופלגה בכל ענייניהם, בגשמיות וברוחניות. הם יראו במוחש. יהיה להם הצלחה בלתי מוגבלת'.
ספר השיחות תש”ט עמוד 333-334.
חג הגאולה י"ג תמוז תש"ט - השיחה המלאה בשפת האידיש:
1 א. הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען מרבו הרב המגיד ממעזריטש, וואָס ער האָט מקבל געווען מרבו מורנו הבעל שם טוב, דעם וואָרט: וואס געדענקסטו2?
אָט דער וואָרט - וואָס געדענקסטו - האָט מחיה געווען מיט אַ חיות פון תחיית המתים די חסידים לדורותם. תחיית המתים הייסט חיים ארוכים, חיים אמיתיים. מיתה איז הפסק, און חיים ארוכים איז חיים בלי הפסק, וואָס דאָס איז חיים אמיתיים3. עס איז ניטאָ דער העדר החיים. עס איז מעהר ווי לעבען. אין עבודה איז דאָס, אַז ניט נאָר וואָס מען לעבט אַליין, נאָר מען באַלעבט אויך אַנדערע4.
דער נקודת הענין איז, אַז חיים אמיתיים איז קדושה5, און קדושה איז אין סוף.
ב. אין חסידות איז דאָ ג' ענינים, תורת החסידות, מדות חסידות און הנהגה בדרכי החסידים, וואָס דאָס איז דער ענין פון מוחין, מדות און דאָס וואָס עס איז העכער פון מוחין און מדות.
מוחין איז תורה, מדות איז תפילה. און נה"י [= נצח, הוד, יסוד] איז דער בפועל, וואָס די כוונה איז אַז מוחין זאָל אַראָפּקומען אין מדות און פון מדות אין נה"י, וואָס דאָס איז די הנהגה בדרכי החסידים, און6 דאָ אין נה"י דערהערט זיך דער גילוי פון עצם הנפש.
ג. עס איז שווער צו רעדען, און בפרט צו מאָנען, ובפרטי פרטיות צו מאָנען ביי יענעם. זעהט, לעבט אַליין און מאַכט לעבען אַנדערע.
ד. מען לערענט חסידות, אָבער מען 'דאַווענט' ניט.
עס וועט דאָך ניט אַרויסקומען אין גאַס, קען מען דאָך זאָגען: אַז מען לערענט חסידות און מען דאַווענט ניט - באריכות - לייגט ער אַריין דעם אור החסידות אין אַ כלי מאוסה. מען דאַרף דאָך זיין אַ שומר פיו וכו' זאָג איך אַ כלי לא טהורה. איך וויל ניט פאַראומרייניקען מיין מויל צו זאָגען אַ פאַרפּאַטשקעטע כלי.
ה. ער רעכענט אַז ער פאַרשטייט חסידות, אָבער באמת ווייס ער ניט דעם פירוש המילות, אפילו דעם אלף-בית אויך ניט.
ו. ווען מען וואָלט געטאָן אין עבודת התפילה, ווען מ'וואָלט געדאַווענט באריכות וואָלט דאָס אראָפּגעקומען אין יראת שמיים, אַז אַ הגה"ה און אַ יש אומרים פון שולחן ערוך וואָלט אים נוגע געווען.
אַז מען וואָלט געטאָן אין עבודת התפילה און מ'וואָלט וויסען וואו מען האַלט, וואָלט מען ניט דערעסען ניט דערשלאָפען, מען וואָלט געווייטאָגט, עס וואָלט ניט איינגעגאַנגען קיין שום נחת, אפילו ניט קיין נחת פון קינדער, וואָס דאָס איז דאָך דער גרעסטער נחת אַז קינדער גייען בדרך הישר, איז אפילו דער נחת וואָלט ניט איינגעגאַנגען.
ז. אַה, אַמאָל פלעגט זיין פול די שוהלען פון דאַוונער, מלמדים פלעגען דאַוונען אַלע טאָג. אָבער שבת, ראש חודש, ימים טובים, אַ יומא דפגרא פלעגט זיין פול די שוהל מיט דאַוונער. ניט נאָר וואָס מען האָט געזאָגט די עברי פון דאַוונען, נאָר מען האָט געדאַווענט און געשוויצט, ניט נאָר אַליין געשוויצט, נאָר אויך די ווענט האָבען געשוויצט. די ק"ש שעל המטה איז געווען ווי עס דאַרף צו זיין, דער חשבון הנפש פון פאַרגאַנגענעם טאָג, ווי אַזוי און מיט וואָס דער טאָג איז דורכגעגאַנגען. אַזוי ביי דעם מלמד, נאָכ'ן אָפּלערנען אַ גאַנצען טאָג איז ביי אים געווען דער חשבון, און אַזוי אויך ביי דעם בעל עסק.
ח. מען דאַרף דאַוונען, מען דאַרף טאָן אין עבודת התפילה, האָרעווען אויף דאַוונען. עבודה איז אַרבעט, אַזוי ווי אַ אַרבעטער, עס קומט פאַרטאָג גיט ער אַ קרעכץ, ער וויל נאָך שלאָפען, חאָטש נאָך אַ 15 מינוט, עס ברעכט אים די ביינער, ער וויל זיך נאָך אויסרוהען, אָבער ער דערמאָנט זיך אַז ער מוז גיין צו דער אַרבעט; אַזוי איז אויך עבודת התפילה, דאַוונען איז אַ עבודה, ניט דאַוונען ווי אַ פידעלע.
מען דאַרף האָרעווען פאַר'ן דאַוונען, מ'דאַרף האָרעווען אין דאַוונען און מען דאַרף האָרעווען נאָכן דאַוונען צו בעטראַכטען זיך וואָס האָב איך אָפּגעהאָרעוועט, בכדי אַז במשך כל היום זאָל זיך אנהערען דער דאַוונען ביי יעדערער כפי ענינו.
ט. חסידים בכלל און תמימים בפרט דאַרפען אָנהויבען דאַוונען באריכות. ווען חסידים וואָלטען וויסען ווי זייערע עלטערען און די צדיקים אין גן עדן וואַרטען אויף זייער דאַוונען וואָלטען אַלע געדאַווענט באריכות. איך בין מובטח, אַז ווען מ'וועט טאָן אין עבודת התפילה וועט דער אויבערשטער ממלא זיין אַלע בקשות. תכין לבם תקשיב7.
י. חסידים האָבען כחות עצמיים. זיי האָבען אויגען צו זעהן, אויערען צו הערען, שכל צו פאַרשטיין, נאָר מען דאַרף שייערען די כלי, שייערען אַזוי לאנג עד שיגיע לטהרו, כמאמר רז"ל8 'חותה אילך ואילך עד שמגיע לטהרו'. שייערען שייערט מען מיט זאמד און וואַסער, אָבער עס ווענט זיך וואָס פאַר אַ זאַמד, אויך וואָס פאַר אַ 'מאַטשאַלקע', אָבער מען דאַרף שייערען ביז מען וועט צוקומען לטהרו, ניט נאָר צו דער כלי נאָר לטהרו של כלי.
יא. חסידים האָבען כוחות וואָס די רביים האָבען זיי מנחיל געווען לדורותיהם עד ביאת הגואל. יעדער חסיד דאַרף זאָגען אַלע טאָג אַ קאַפּיטעל תהלים ביחוד, אַז דער זכות פון די רביים זאָל ביי זיי נמשך ווערען און עס זאָל ביי זיי נקלט ווערען דער גילוי אור אין אַ פנימיות9.
דער נקודת הענין איז: אור הקדושה איז דאָך אין סוף און צו דעם דאַרף מען האָבען כלים. וואָרום אַז עס איז אין עוד כלי, איז ויעמוד10 וגו'. עס איז דאָ ברק, אַ בליץ. נאָך אַ בליץ קומט אַ דונער. עס קען חלילה אַוועק'הרג'נען אַ מענטשען, דאָס איז ניט דער אמת'ר ברק. עס דאַרף זיין אַז עס זאָל נקלט ווערען. אַ אור פנימי אַז ער ווערט נקלט איז ער אַליין לעבט און באַלעבט אויך אַנדערע.
יב. מען דאַרף האָבען אַ חוש אין אהבת ישראל, אַז איינער באַגעגענט דעם צווייטען פרעגט ער ביי אים: ברודער, וואָס מאַכסטו. דאָס איז אַזאַ אויסשפּראַך ביי חסידים, מען צוקושט זיך און מ'פרעגט, ברודער וואָס מאַכסטו. דאָס איז אַזאַ רגילות, זיין טאַטע האָט אַזוי געטאָן, זיין זיידע, דער עלטער זיידע, אָבער דאָס איז אַ טרוקענער אהבת ישראל, אָן אַ לעבען. עס דאַרף זיין אַ פייכטער, אַ נאַסער און אַ קלעפּעדיקער. מען דאַרף זעהן יענעמס מעלות, אויב מען זעהט ביי יענעם אַ חסרון איז באמת דער חסרון אין זיך, אַז מען וועט זיך מתקן זיין וועט יענער דערהערען.
יג. אַ איד דאַרף וויסען אַז וואו ער גייט און וואו ער געפינט זיך איז דאָס מיט אַ סדר מסודר פון מחשבה נעלמה פון עצמות אין סוף.
יד. עס איז דאָ אַ שטאַרקע תביעה אויף חסידים, פאַרוואָס מען דאַווענט ניט. איך וועל ניט זאָגען ווער דער תובע איז, חסידים פאַרשטייען אָבער אפילו ווען מען זאָגט זיי ניט ווער. איך בין אַ שליח אויף איבערגעבען: מען מאָנט עבודת התפילה. די אַלע וואָס זיינען איצטער דאָ פאַראַן (הראה באצבעו הקדושה על כל הנאספים) קען יעדער זיין אַ משפיע אויף צוויי דריי מנינים צו לערנען מיט זיי אַ וואָרט חסידות און ווייזען ווי מ'דאַרף דאַוונען.
טו. איך וויל זאָגען אַ ענין פנימי. איך בין מובטח און איך בין מבטיח, אַז די וואָס נעמען אויף זיך בלי נדר עוסק זיין אין עבודת התפילה וועלען האָבען אַ הצלחה מופלגה אין אַלע זייערע ענינים, בגשמיות וברוחניות. זיי וועלען דאָס זעהן במוחש, זיי וועלען האָבען אַ הצלחה בלתי מוגבלה.
מען דאַרף טאָן. טאָן מיט מסירת נפש, אָפּרייסען פון עסען, אָפּרייסען פון שלאָפען, אָבער ניט פון דעם זמן וואָס מען דאַרף האָבען פאַר די בני בית, מיט די בני בית דאַרף מען ריידען און מדריך זיין זיי בדרכי החסידות.
טז. קליינערהייט איז ביי מיר געווען אַ חקירה צי מלאכים ווייסען חשבון, מלאכים ווייסען דאָך אַלץ, צי ווייסען זיי אויך חשבון. האָב איך דאָס געפרעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט ער מיר געענטפערט: צי מלאכים ווייסען חשבון. אָבער ברור הדבר אַז מלאך מיכאל מאַכט אַ חשבון פון יעדען קאַפּיטל תהילים וואָס מען זאָגט און דערפון מאַכט ער אַ הענגלייכטער וואָס בעלייכט למעלה, אין עולם, אים און לדורותיו.
איך בין נאָך דאַמאָלסט געווען זעהר יונג; דאָך פלעגט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אָפט פרעגען, וואָס הערט זיך מיט דעם 'הענגלייכטער'.
יז. מיין חסיד'ישער חינוך הפרטי ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט זיך אָנגעפאַנגען אין יאָהר תרמ"ט11.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט דאַן ביי מיר פרעגען, וואָס געדענקסטו12? און פלעגט מיר נאָכדעם מסביר זיין די ענינים וואָס איך האָב זיך דערמאָנט פון אַמאָל.
דער וואָרט: וואָס געדענקסטו? איז מקובל פון זיידען הצדיק ר' ברוך - דער פאָטער פון אַלטען רבי'ן - וואָס דער בעל שם טוב האָט דאָס ביי אים געפרעגט. אַזוי האָט דער בעל שם טוב געפרעגט ביי אַלע זיינע תלמידים. און בעת די ערשטע יאָהרצייט פון בעל שם טוב אום שבועות13, ווען דעם בעל שם טוב'ס זוהן הרה"ק ר' צבי האָט זיך אויפגעשטעלט און געזאָגט אַז די גאַנצע פמליא של מעלה האָט זיך איבערגעטראָגען צום מעזריטשער, האָט דאַן דער מעזריטשער מגיד אויך געפרעגט ביי אַלע זיינע תלמידים: וואָס געדענקסטו?.. און אַזוי האָט געפרעגט הוד כ"ק רבינו הזקן ביי זיינע תלמידים און אַז מען האָט געענטפערט אויף די שאלה, האָבען זיי מסביר געווען וואָס מען האָט ניט פאַרשטאַנען.
יח. איך נעם אויף זיך, בלי נדר, אַרויסגעבען אַ ספר הליקוטים פון די מאמרים פון קודם הבר מצוה און פון לאחר הבר מצוה.
יט. עס איז שווער צו מגלה זיין, נאָר מען קען ניט מעלים זיין, און בפרט מצד אהבת ישראל, אהבת השם, און ווי עס איז מקובל ביי חסידים, אַז אַ מקובל'דיקער וואָרט איז פועל, דערפאַר וויל איך דאָס מגלה זיין: הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק [=הרש"ב] פלעגט אָפט אַריינקוקען אין די דריי ספרים: כתר שם טוב, אור תורה און תניא.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט ניט וועלען מ'זאָל דערפון וויסען. דערפאַר זיינען די דריי ספרים געלעגען ביי אים אין שופלאָד פון זיין טיש. אין שופלאָד זיינען געלעגען פערשידענע צדקה געלדער, זיינען די דריי ספרים אויך דאָרט געלעגען, און ער פלעגט אין זיי אַריינקוקען פאַר יחידות און פאַר קריאת שמע שעל המיטה, וויפיעל ער האָט אין זיי געלערענט, צי אַ עמוד, צי עטליכע שורות אָדער אַ ענין ווייס איך ניט, נאָר ער פלעגט עפענען די דריי ספרים און עפּעס לערנען אין זיי.
עס איז נויטיג ונכון הדבר, אַז חסידים זאָלען האָבען ביי זיך די דריי ספרים און, איבער טעמים ידועים, ניט איינבינדען זיי בכרך אחד. לערנען אין זיי כמה שירצה, אָבער עס זאָל זיין געלערענט, אַלע טאָג, לכל הפחות אין שבתות וימים טובים און בזמנים ידועים.
כ. ביי חסידים איז פאַראַן אַ טייטש אויף דעם וואָרט וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן זאָגט14: כל החיל אשר נגע יראת ה' בלבו - חסיד'ישע קאָזאַקען. ביי אַ קאָזאַק איז דער פערד בטל צום רוכב. ער - דער פערד - איז ניט קיין נפרד, ער לויפט אַנטקעגען פייער, ער שטעלט זיך ניט אָפּ פאַר קיין זאַך. ער לויפט אַנטקעגען דעם פייער מיט שמחה און ווען דער קאָזאַק איז מנצח זיין מנגד איז ער צופרידען און פרעהט זיך אויף זיין שפּראַך. דאָס איז דער ביטול המרכבה אל הרוכב.
כא. אַה, מען דאַרף האָבען אַ געשמאַק אין אַ אידען. אפילו ווען יענער איז ניט ווי עס דאַרף צו זיין, דאַרף מען וויסען אַז דאָס פעלט ביי זיך, יענער ווייס ניט וואָס ער ווייס, ווען יענער וואָלט וויסען וואָס ער ווייס וואָלט ער אַ ודאי אַנדערש געווען. ווען ער אַליין וואָלט געווען ווי עס דאַרף זיין וואָלט זיך יענער פון אים אָפּגעלערענט.
כב. חסידים זיינען ניט פויל, נאָר מען פאַרשפּיעלט זיך.
כג. (לההתועדות נכנס קהל רב והיה צפיפות גדולה למאוד, ואמר אחד מהמקורבים: צו אַ גרויסער עולם. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א [=הריי"צ]:) אין קדושה איז וואָס מעהר - אַ מעלה.
כד. (לאחר שניגנו את הניגון של ד' בבות מאדמו"ר הזקן, אמר:) דער זכות פון רבי'ן זאָל מגין זיין, עס זאָל נמשך ווערן צו יעדען און זיינע בני בית הצלחה בגשמיות וברוחניות, מען זאָל נעהנטער ווערען צו דעם גילוי אור המשיח.
כה. (לאחר ההתוועדות כשמזג מכוסות אחדים שלו יי"ש ושפך לבקבוק לחלק לאנ"ש ונשאר מעט מכוס אחד שפכו גם כן ואמר:) מען דאַרף מייקר זיין אַ טראָפּען.
כו. (הנאספים התחילו לצאת מהחדר בניגון 'כי בשמחה וגו'', אמר:) אַוועקגיין, אָבער ניט אַרויסגיין. מען דאַרף זיך שוין נעמען צו דער אַרבעט.
••
1) כפי שנרשמה על ידי השומעים. נדפס בספר המאמרים ה'שי"ת ע' 262 ואילך עם מראי מקומות והערות מכ"ק אדמו"ר מלך המשיח.
2) ראה לקמן סעיף י"ז.
3) [הובא ונתבאר בשיחת ש"פ חוקת; י"ב תמוז - ה'שי"ת (תורת מנחם התוועדויות ח"א עמוד 119 ואילך. ס"ע 129 ואילך).
4) ראה שיחת ש"פ פינחס ה'שי"ת (תורת מנחם התוועדויות שם עמוד 146)].
5) ראה ד"ה אתה הבדלת ה'שי"ת (קונטרס ע) [סה"מ ה'שי"ת עמוד 42 ואילך].
6) ברשימה אחרת נוסח אחר, וזה לשונו: 'און בכדי אַז מוחין ומדות זאָלען אַראָפּקומען אין אַ בפועל אין נה"י איז דאָס בכח עצם הנפש'. ואולי יש להסביר על פי מה שנתבאר ב'ליקוטי תורה' מסעי צ, ג. ושם שה"ש כז, ג בענין דנה"י חדשים נמשכים מהכתר.
7) תהילים י, יז.
8) ראה יומא נט, א.
9) הובא ונתבאר בשיחת ש"פ פינחס ה'שי"ת (תורת מנחם התוועדויות ח"א סוף עמוד 48 ואילך)].
10) מלכים ב' ד, ו. וראה גם כן 'תורה אור' ביאור לד"ה וקבל היהודים [צז, ב].
11) ראה גם רשימת חורף ה'שי"ת (לקמן ע' 353). וראה רשימת המאסר - ספר השיחות תר"פ-תרפ"ז עמוד 241].
12) ראה לעיל עמוד 41. ושם נסמן.
13) ראה בכל זה 'תורת שלום' ספר השיחות עמודים 94, 324 [ובהוצאת תשי"ז ואילך: עמוד 8483]. התמים חלק ב' עמוד מו.
14) 'שולחן ערוך' שלו חאו"ח מהדורה בתרא ס"א ס"ב. בסידורו הערה לתיקון חצות בסופה. אגרת הקודש סימן ל'. וראה גם כן קונטרס י"ב תמוז [תש"ט, שיחת י"ב תמוז] תש"ח [לעיל עמוד 251. וראה סה"מ תרפ"ט עמוד 126. ספר השיחות תש"ב עמוד 114].
תגובות
הוסף רשומת תגובה
*רק תגובות מתאימות יתפרסמו לפי החלטת הנהלת האתר